ס’איז גוּט

אַ נאָכדיכטוּנג פוּנ’ם אָריגינאַל-ליעד פוּן מרדכי געבירטיג
 
ס’איז גוּט, ס’איז גוּט, ס’איז גוּט!
די אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט!
דער גביר, דער שמאַראָצער פרעסט זיך דוּרך די װעלט,
אוּן װאוּ ער נישט גײט שלינגט ער אײַן אַ סך געלט,
אוּן אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט,
אוי אַרבעטער קװעלען: ס’איז גוּט!
ס’איז װאוּיל, ס’איז פײַן,
ס’קען בעסער ניט זײַן

ס’איז גוּט, ס’איז גוּט, ס’איז גוּט!
די אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט!
דאָס עלענט װעט גרעסער דען גבירים אַ דאַנק,
זי גנב’ן זיך פעט אוּן די מענטשן װערן שלאַנק,
אוּן אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט,
אוי אַרבעטער קװעלען: ס’איז גוּט!
ס’איז װאוּיל, ס’איז פײַן,
װאַס מער זי פרעסן אײַן.

ס’איז גוּט, ס’איז גוּט, ס’איז גוּט!
די אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט!
דעם גביר אין של’מזל הילפט אײַן יעדער שטאַט,
כדי ער מער פרעסט, דאַך װעט קײנמאָל ניט זאַט,
אוּן אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט,
אוי אַרבעטער קװעלען: ס’איז גוּט!
ס’איז װאוּיל, ס’איז פײַן,
וײַל פרעסען מוּז זײַן.

ס’איז גוּט, ס’איז גוּט, ס’איז גוּט!
די אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט!
דעם גביר הענגט זײַן מאָגען שוין גאַנץ װײַט אַרויס,
װי קען דאָס זײַן קישקע פאַרטראָגן, זאָג בלויז?
אוּן אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט,
אוי אַרבעטער קװעלען: ס’איז גוּט!
ס’איז װאוּיל, ס’איז פײַן,
פיל מער קען’ס ניט זײַן.

ס’איז גוּט, ס’איז גוּט, ס’איז גוּט!
די אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט!
דער גביר האָט דעם רײַכטוּם דער װעלט אויפגעשפּײַזט
דאָך דאָס גײט ניט מער לאַנג, ער קאָצט אלץ באַלד אַרעיס,
אוּן אַרבעטער שרײַען: ס’איז גוּט,
אוי אַרבעטער קװעלען: ס’איז גוּט!
ס’איז װאוּיל, ס’איז פײַן,
זײַן סוף װעט באַלד זײַן.

This entry was posted in Generale. Bookmark the permalink.

3 Responses to ס’איז גוּט

  1. Pitty says:

    Ich hab deine Seite durch deinen link von Germanicans entdeckt.

    Pitty

  2. Hallo Pitty,

    es freut mich, daß dir meine Gedichte gefallen. Darf ich erfahren, wie du zu mir gefunden hast?

  3. Pitty says:

    Hallo! Das sind wirklich wunderschöne Gedichte. Gefallen mir sehr gut. Danke dafür…

    Pitty

Comments are closed.